Kecárna Playlisty
Obnov stránku
Desktop verze
Horní menu
playlist

װער דער ערשטער װעט לאַכן


כ'וועל זיכער אַברהמל, דער ערשטער נישט לאַכן,
איך וועט זיך, מעגט ווי נאָך זיך וויצלען.
כ'וועל נעמען אין זינען מיר טרויעריקע זאַכן,
נו מעגסטו אַפֿילו מיך קיצלען.
כ'וועל נעמען אין זינען מיר טרויעריקע זאַכן,
נו מעגסטו אַפֿילו מיך קיטזלען.

וועסט לאַכן, איך וועט זיך
וועט שלמהלע שוין לאַכן.
איך האָב אַ מיטל גאָר אַ וווילע זאַך.
מעגסט שוין האָבן אין זינען די טרויערוקסטע זאַכן
וועט מוזן זײן בײ דיר דער ערשטער לאַך.
מעגסט שוין האָבן אין זינען די טרויערוקסטע זאַכן
וועט מוזן זײן בײ דיר דער ערשטער לאַך.

דאָס ערשטע, אַברהמל, נעם איך מיר אין זינען
מײן אָרעמען טאַטן דעם שוואַכן,
וואָס זוכט אַרום אַרבעט און גאָר נישט געפֿינען
נו, וועט זיך מיר גלוסטן צו לאַכן?
וואָס זוכט אַרום אַרבעט און קען נישט געפֿינען
נו, וועט זיך מיר גלוסטן צו לאַכן?

וועסט לאַכן, איך וועט זיך
וועסט שלמהלע פֿאַרשפּילן
איך האָב אַ מיטל גאָר אַ וווילע זאַך.
כ'וועל מיאַוקען ווי אַ קעצל
און ווי אַ הינטל בילן
וועט מוזן זײן בײ דיר דער ערשטער לאַך.
כ'וועל מיאַוקען ווי אַ קעצל
און ווי אַ הינטל בילן
וועט מוזן זײן בײ דיר דער ערשטער לאַך.

איך וועט זיך דערמאַנען
כ'האָב נעכטן אין חדר
די סדרה וואָס גייט הײנט פֿאַרגעסן.
דער רבי ער וויל נאָר כ'זאָל לערנען כּסדר
ער ווייסט נישט ווי מיר ווילט זיך עסן.
דער רבי ער וויל נאָר כ'זאָל לערנען כּסדר
ער ווייסט נישט ווי מיר ווילט זיך עסן.

וועסט לאַכן, איך וועט זיך
וועסט נישט זײן אַזאַ שלעכטער
כ'שטעל אײן אַ קנעפּל, כ'שטעל אַקעגן פֿיר
וועסטו האַלטן זיך די זײטן
און קײכן פֿון געלעכטער
דער זעענדיק וואָס איך האָב דאָ בײ מיר.
וועסו האַלטן זיך די זײטן
און קײכן פֿון געלעכטער
דער זעענדיק וואָס איך האָב דאָ בײ מיר.

און איך וועל זיך דערמאָנען
דעם רבנס צאָרניק פּנים
ווען ר'האָט מיך גענומעם פֿאַרהערן.
נאָך האָב איך פֿון קאַנטשיק פֿיל בלאָע סימנים
געוויינט פֿון יסורים מיט טרערן.
נאָך האָב איך פֿון קאַנטשיק פֿיל בלאָע סימנים
געוויינט פֿון יסורים מיט טרערן.

וועסט לאַכן, וועסט לאַכן
אַהער גיב שוין דאָס קנעפּל
זע, שלמהלע, וואָס איך האָב דא פֿאַר דיר
אַ זעמעלע מיט פּוטער און הערינג א פֿיין קעפּל
אַ נו זאָג, שלמהלע, ווער וועט לאַכן פֿריער?
אַ זעמעלע מיט פּוטער און הערינג אַ פֿיין קעפּל
כ'וועל מאָרגן ווידער וועטן זיך מיט דיר!

Text přidala Richenza

Video přidala Richenza

Tento web používá k poskytování služeb, personalizaci reklam a analýze návštěvnosti soubory cookie. Používáním tohoto webu s tím souhlasíte. Další informace.